אונדזער יוטוב
Our YouTube


אויף אונדזער יוטוב-קאַנאַל קענט איר הערן פֿאַרכאַפּנדיקע אינטערװיוען אויף ייִדיש װעגן דער ייִדישער װעלט בײַם הײַנטיקן טאָג.  צי איר באַקענט זיך מיט אַ געװעזענעם חסיד, אַ לעבנסלאַנגן בונדיסט צי אַ ייִדישן לינגװיסט, איז אונדזער קאַנאַל אַ געװאַלדיקער אוצר פֿון פּערזענלעכקײטן פֿון כּלערלײ שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט װאָס רעדן אויף ייִדיש װעגן הײַנטיקע טעמעס און װעגן זײערע אײגענע לעבנס־געשיכטעס.