חוה ראָזענפֿאַרב: דאָס בלעזעלע וואָר
Chava Rosenfarb: That Bubble of Being


חוה ראָזענפֿאַרב: דאָס בלעזעלע וואָר

דע־ווע־דע־דיסק $35


פֿילם־באַשרײַבונג

אַן אַרטיקל אינעם ענגלישן זשורנאַל Midstream האָט די קאַנאַדער ייִדישע שרײַבערין און װיכטיקע חורבן־מחברטע חוה ראָזענפֿאַרב געשריבן: „אין אַן אַנדער אײראָפּעיִש שטעטל איז טעאָדאָר אַדאָרנאָ אַרױס מיט זײַן דעקלאַראַציע אַז נאָך אױשװיץ קען מער נישט זײַן קײן פּאָעזיע. אַ באַטײַטיקע, שטאַרקע דעקלאַראַציע, אָבער עס האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט מיר”.

אין דעם פֿילם חוה ראָזענפֿאַרב: דאָס בלעזעלע װאָר, באַשרײַבט זי, איר לעבן אין לאָדזש, פּױלן פֿאַר דעם חורבן, אירע יאָרן אין לאָדזשער געטאָ, אין אױשװיץ, און אין בערגען־בעלזען, װי אױך איר קאַריערע װי אַ ייִדישע שרײַבערין אין מאָנטרעאָל. נישט געקוקט אױף אַדאָרנאָס דעקלאַראַציע האָט ראָזענפֿאַרב געשריבן אַ סך, עלאָקװענט און רירנדיק װעגן דעם חורבן כאָטש זי אַלײן איז מודה אַז זי װײסט נישט אױב זי האָט געפֿונען די געהעריקע װערטער צו רעדן װעגן דעם.

זי דערציילט מיט אײַנזעעניש װעגן שרײַבן אין אַלגעמײן און װעגן דעם חורבן בפֿרט, װעגן לעבן און ליבע, און דער נאָכמלחמהדיקער ייִדיש־ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין קאַנאַדע.

דער פֿילם — אַן אינטערװיו מיט חנה פֿישמאַן גאָנשאָר ניט לאַנג פֿאַר דער מחברטעס פּטירה — ווערט באַרײַכערט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און מוזיק, דורכױס אױף ייִדיש מיט פּינקטלעכע און אַרומנעמיקע ענגלישע אונטערקעפּלעך. דער דע־ווע־דע איז אויך כּולל אַ זעלטענעם צוגאָב: ראָזענפֿאַרב לייענט פֿאָר פֿון איר פּאָעזיע און פּראָזע מיט אונטערקעפּלעך איבערגעזעצט פֿון קאַטרין העלערשטיין.

‏ניט געקוקט אױף דעם װאָס ראָזענפֿאַרב איז שױן געװען אין אירע לעצטע יאָרן און אױף דער צענטראַלקײט פֿון דער חורבן־טעמע איז ראָזענפֿאַרב אַ מחיהדיקער, פֿאַרכאַפּנדיקער סוזשעט, פֿול מיט חכמה, הומאָר חן. ‏


ביאָגראַפֿיע

ביאָגראַפֿיע

חוה ראָזענפֿאַרב איז אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער נאָכמלחמהדיקער ייִדישער ליטעראַטור. אַ געבוירענע אין לאָדזש, פּוילן האָט זי דאָרטן זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול און דערנאָך פֿאַרענדיקט אַ פּוילישע גימנאַזיע. ווי אַ קינד האָט זי ליב געהאַט פּאָעזיע און האָט צו 8 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן לידער. פֿון 1940 ביז 1944 האָט זי געלעבט אין לאָדזשער געטאָ. דאָרטן האָט זי אויסגעגאָסן איר האַרץ אין לירישער פּאָעזיע וואָס מע האָט שפּעטער צוגענומען בײַ איר אין אוישוויץ. איר ערשטע זאַמלונג געטאָלידער, די באַלאַדע פֿון נעכטיקן וואַלד, איז אַרויס אין לאָנדאָן אין 1947. נאָך דער מלחמה איז ראָזענפֿאַרב אַריבער קיין בעלגיע און אין 1950 האָט זי אימיגרירט קיין מאָנטראַל. דאָרטן האָט זי אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן/פּובליקירט די פּיעסע, דער פֿויגל פֿון געטאָ, (1958) וועגן דער מאַרטירערשאַפֿט פֿון איציק וויטענבערג, דעם קאָמענדאַנט פֿון די ווילנער פּאַרטיזאַנערס. די פּיעסע איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף עבֿריתּ און איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן פֿון דעם הבימה־טעאַטער אין ישׂראל אין 1966. זי איז אַריבער צו פּראָזע און אין 1972 האָט זי אַרויסגעגעבן איר מײַסטערווערק, דער בוים פֿון לעבן, אַ טרילאָגיע וועגן לאָדזשער געטאָ.

צי אין פּאָעזיע, דראַמע, דערציילונג אָדער ראָמאַן, פֿליסן אַלע ראָזענפֿאַרבס ווערק פֿון אירע איבערלעבונגען בשעת דעם חורבן. ווי זי אַליין האָט עס אויסגעדריקט אין אַן אינטערוויו פֿאַר ראַדיאָ סי־בי־סי (2001), „די געטאָ איז געווען די ערד אויף וועלכער איך בין טאַקע אויסגעוואָקסן… אין געטאָ איז דער מענטש געווען נשמה־נאַקעט. דאָס וואָס איך האָב דאָרטן געזען, דאָס וואָס איך האָב זיך דאָרטן געלערנט האָט מיר געגעבן מײַן פּערספּעקטיוו אויף דער מענטשלעכער עקסיסטענץ, אויף מענטשן, אויפֿן לעבן בכלל”.

ראָזענפֿאַרב האָט באַקומען אַ סך ליטעראַרישע פּרעמיעס און כּיבודים, צווישן אַנדערע די י.־י. סיגאַל־פּרעמיע, 1993, די מאַנגער־פּרעמיע, 1979 און אַ כּבֿוד־דאָקטאָראַט פֿון לעטברידזשער אוניווערסיטיט אין דער קאַנאַדער שטאָט מיטן זעלבן נאָמען אין וועלכער זי האָט געוווינט ביז זי איז געשטאָרבן אין 2011.


אינטערװיויִרער

אינטערװיויִרער

חנה פֿישמאַן גאָנשאָר, פֿאַקולטעט־לעקטאָר אין ייִדיש־לימודים אין דעם אָפּטײל פֿון ייִדישע שטודיעס אין מעגיל־אוניװערסיטעט אין מאָנטרעאָל, איז אױך אױפֿן פֿאַקולטעט פֿון דער זומער־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור א״נ אוריאל װײַנרײַך בײַ דעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִװאָ. װי אַן איבערזעצערין נעמט איר אַרבעט אַרײַן פֿילם, אַקאַדעמישע אַרטיקלען און אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן. זי איז אַ געבױרענע ייִדיש־רעדערין װאָס איז אַ לעבן לאַנג פֿאַרבונדן מיט, און אַרײַנגעטאָן אין, דער װעלט פֿון ייִדיש. ‏


רעזשיסאָר

רעזשיסאָר

דזשאַש װאַלעצקי, דער רעזשיסאָר און רעד‫אַקטאָר ‬ פֿון דער סעריע, האָט רעזשיסירט און רעדאַקטירט די פֿילמען Image Before My Eyes (אימאַזש פֿאַר מײַנע אױגן) און Partisans of Vilna (װילנער פּאַרטיזאַנערס), װי אױך רעדאַקטירט דעם ,,עמי”־פּרעמירטן פֿילם, Itzhak Perlman: In the Fiddler’s House (יצחק פּערלמאַן: בײַם פֿידלער אין הױז). צװישן אַנדערע אױסצײכענונגען האָט דזשאַש אױך געװוּנען דעם זילבערנעם דוקאַט אױפֿן מאַנהײַמער אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל פֿאַר אימאַזש, װי אױך דעם ערשטן פּריז אױפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל א”נ אַנטראָפּאָס פֿאַר פּאַרטיזאַנערס.