ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן:
האַרבסטליד
פֿילם־באַשרײַבונג
דער אינטערװיו מיט דער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעטעסע, לידער־שרײַבערין, און זינגערין װערט דורכגעפֿירט פֿון דעם פֿאָלקלאָריסט / זשורנאַליסט איציק גאָטעסמאַן. דער פֿילם איז 72 מינוט לאַנג.
בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנס נאָמען איז פֿאַרבונדן סײַ מיטן מאָדערנעם ייִדישן ליד און סײַ מיט דער צענטראַלער ראָלע װאָס זי האָט געשפּילט און שפּילט נאָך אַלץ בײַם אױפֿלעבן און אינספּירירן דעם אינטערעס אין ייִדישן ליד און פּאָעזיע צװישן אַ נײַעם דור קינסטלערס. אינעם פֿילם רעדט בײלע װעגן איר לעבן און שאַפֿערישן גאַנג: אירע קינדער־יאָרן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה פֿון טשערנעװיץ (דעמאָלט רומעניע) װי די טאָכטער פֿון אַ פֿײַנער פֿאָלקזינגערין און אַ לײַדנשאַפֿטלעכן ייִדישיסט, די מלחמה־יאָרן אין רומעניע, איר אַנטװיקלונג װי אַ מאָדערנער ייִדישער פּאָעט און לידער־שרײַבער אין ניו־יאָרק, און אירע געדאַנקען װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור און שאַפֿערישקײט. סע באַקומט זיך דערפֿון אַ פֿילפֿאַרביק בילד פֿון דער װעלט פֿון אַ פֿרױ װאָס האָט קינדװײַז רעציטירט פּאָעזיע פֿאַרן גרױסן משלים־שרײַבער אליעזר שטײנבאַרג, איז געװען אַ טײל פֿון אַ לעבעדיקער ייִדיש־סבֿיבֿה אין די בראָנקס, און איז דער אײנציקער ייִדישער פּאָעט װאָס זאָל װען אַ מאָל האָבן באַקומען די פּרעמיע פֿאַר נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה בײַם לאַנדישן עולמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט, די העכסטע אױסצײכענונג אין אַמעריקע פֿאַר דער פֿאָלקקונסט.
די הױכפּונקטן פֿון פֿילם נעמען אַרײַן בײלעס רעציטירן פֿון איר פּאָעזיע, װי אױך איר זינגען עטלעכע פֿון אירע אײגענע לידער, צװישן זײ די באַליבטע ,,מײַן חבֿרטע מינציע” און ,,ברוך־הבא דיר, חבֿר”.



