אַ װעלט מיט װעלטעלעך:
שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס
דער פּראָיעקט
די פֿילמען־סעריע ,,אַ װעלט מיט װעלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס“ צילעװעט צוצושטעלן אַ דאָקומענט – סײַ װיזועל סײַ בעל־פּה – פֿון באַקאַנטע הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבערס. די פֿילמען לאָזן איצטיקע און קומעדיקע דורות ,,פֿאַרברענגען“ מיט אָט די פֿאַרכאַפּנדיקע פֿיגורן און האָבן אַן אײַנבליק אין זײער װערק און סבֿיבֿה. יעדער פֿילם איז אַן אינטערװיו, באַרײַכערט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און מוזיק, דורכױס אױף ייִדיש, מיט פּינקטלעכע און אַרומנעמיקע ענגלישע אונטערקעפּלעך. ביז איצט האָבן מיר פֿילמירט דעם פּעדאַגאָג, ליטעראַטור־קריטיקער און פּאָעט איטשע גאָלדבערג, די מחברטע פֿון פּאָעזיע און זינגלידער בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן, דעם מאָלער/שרײַבער יאָניע פֿײַן און די פּראָזאַיִקערין און פּאָעטעסע חוה ראָזענפֿאַרב.
די פֿילמען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אידעאַלע פּראָגראַם פֿאַר אַ ייִדיש־קרײַז צי ־קלאַס, אַ ביכערקלוב, אַ ייִדישן אָדער דאָקומענטאַרן פֿילמען־פֿעסטיװאַל, אָדער פֿאַר זיך אַלײן.



