ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך
מיט מער ווי 84,000 איינסן און סובאיינסן הייבט דאָס פּרעמירטע ווערטערבוך אַרויס ייִדיש ווי אַ לעבעדיק לשון וואָס מע רעדט נאָך אַלץ אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. באַזירט אויף די לעקסישע זאַמלונגען פֿונעם פֿאַרשמטן לינגוויסט ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט געפֿאָרשט און געזאַמלט דאָס גערעדטע און ליטעראַרישע ייִדיש אין אַלע זײַנע פֿאָרמען, שפּיגלט אָט דאָס היסטאָרישע ווערטערבוך אָפּ זײַן וויזיע פֿאַר אַ מאָדערנעם און צוקונפֿטיקן באַניץ פֿון ייִדיש.
