ד”ר שבֿע איטע צוקער
שבֿע צוקער האָט געדינט ווי אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן, אױפֿן שװעל פֿון 2005 ביז 2020. פֿאַר דער ייִדיש־ליגע האָט זי רעדאַקטירט צוזאַמען מיט חנה גאַווענדאַ פֿון דער שלום־עליכם־שול אין מעלבורן שלום־עליכמס מאָטל פּייסע דעם חזנס — באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן, 2017. זי איז אויך געווען די איניציאָטאָרקע און פּראָדוצירער פֿון דער פֿילמען־סעריע „אַ וועלט מיט וועלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס”, אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע.
זי איז די מחברטע פֿון צװײ פּאָפּולערע ייִדיש־לערנביכלעך, ייִדיש – אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור (אַרבעטער־רינג, נ”י: ב’ 1, 1994; ב’ 2, 2002). די ביכער װערן באַלײט פֿון אױדיאָ־רעקאָרדירונגען און זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אױף פּאָרטוגעזיש און איטאַליעניש. פֿון 1988 ביז 2004 איז זי געװען לעקטאָר אין ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין דוק־אוניװערסיטעט אין דורעם, צפֿון־קאַראָלײַנע. זי האָט געלערנט און געהאַלטן רעפֿעראַטן װעגן דער ייִדיש־קולטור און ייִדישער ליטעראַטור אױף פֿינף קאָנטינענטן, און אין אָנגעזעענע אוניװערסיטעטן, אַרײַנגערעכנט קאָלאָמביע, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, בר־אילן, און אין דעם רוסישן מלוכישן אוניװערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק. מער ווי צוויי יאָרצענדלינג איז זי געװען אַ לערערין אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, און לערנט נאָך אַלץ אין דער פּראָגראַם, איצט אונטער דעם פּאַטראָנאַט פֿון דעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִװאָ און באַרד־קאָלעדזש.
זי איז אױפֿגעװאָקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער הײם אין װיניפּעג, קאַנאַדע, און האָט גראַדויִרט פֿון דער י.־ל. פּרץ־פֿאָלקשול, אַ ייִדיש־העברעיִשער טאָגשול. זי האָט אַ מאַגיסטער אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר פֿון קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט און אַ דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור פֿונעם גראַדויִר־צענטער פֿון דעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניװערסיטעט.
דערצו איז שבֿע צוקער עטלעכע יאָר געװען דער איבערזעצונג־רעדאַקטאָר פֿון דעם פּאַקן־טרעגער, דעם זשורנאַל פֿון דעם ייִדישן ביכער־צענטער. אין איר װיסנשאַפֿטלעכער און איבערזעצונג־אַרבעט קאָנצענטרירט זי זיך דער עיקר אױף דער פֿרױ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האַלט אַז זי מעג רויִק זאָגן אַז זי האָט געהאַט די אײנציקע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין דורעם, צפֿון־קאַראָלײַנע.
זי באַטראַכט דאָס האָבן געווען די רעדאַקטאָרשע פֿון אַ מאָדערנער, פּרעכטיקער פּובליקאַציע װי אױפֿן שװעל װי אַ פּריװילעגיע און אַ מתּנה. זי גלײבט אַז לײענערס פֿון ייִדיש האָבן דאָס רעכט צו האָבן אַ זשורנאַל װאָס איז פּונקט אַזױ אינטערעסאַנט און מחיהדיק פֿאַרן אױג װי זשורנאַלן װאָס זײ לײענען אױף אַנדערע שפּראַכן. זי שעפּט נחת פֿון דעם וואָס אויפֿן שוועל גייט ווײַטער אויף דעם דרך.
