געוועזענע רעדאַקטאָרן
Former Editors


ד”ר יצחק־נחמן שטײנבערג

ד”ר יצחק־נחמן שטײנבערג

דװינסק, לעטלאַנד 1888 – ניו־יאָרק 1957


רעװאָלוציאָנער — יוריסט — שרײַבער — נאַציאָנאַלער דענקער — מנהיג: די אַלע װערטער באַשרײַבן דעם זעלטענעם מענטש און ייִד, ד”ר יצחק־נחמן שטײנבערג, דער צװײטער רעדאַקטאָר פֿון אויפֿן שװעל (1943 – 1957), װען עס איז געװען דער אָרגאַן פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע. אײדער ער איז געקומען צו טעריטאָריאַליזם און דער פֿרײַלאַנד־ליגע האָט ער געהאַט הינטער זיך אַ פֿילפֿאַרביק לעבן װי אַ פֿירער בײַ די לינקע עסערן (סאָציאַליסטן רעװאָלוציאָנערן), אַ פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר יוסטיץ אין לענינס קאַבינעט (ביז פֿעב’ 1918), אַן אינטעלעקטואַל אויסגעשולט אין די בעסטע אוניװערסיטעטן פֿון רוסלאַנד און דײַטשלאַנד, אַ רעדאַקטאָר און אַ שרײַבער פֿון ליטעראַרישע און פּאָליטישע אַרטיקלען אויף ייִדיש, רוסיש און דײַטש. אַ גלענצנדיקער רעדנער מיט כאַריזמאַ און אַ טיפֿער מענטשלעכקײט, אין װעמען עס האָבן געלעבט בשלום די אָפֿט סתּירותדיקע אידעאָלאָגיעס פֿון אַ סאָציאַליסטישן רעװאָלוציאָנער און אַ פֿרומען ייִד. ד”ר שטײנבערג האָט באַװיזן אַז עס זײַנען דאָ יחידי־סגולה װאָס קענען זײַן געטרײַ, װי אַבֿרהם גאָלאָמב האָט עס פֿאָרמולירט “צו דער רעליגיעז־טראַדיציאָנעלער, שטײגערישער ייִדישקײט און […] אויך צו דער גאָרער װעלטלעכער קולטור.” (אַבֿרהם גאָלאָמב, “מענטש און ייִד”, י.נ. שטײנבערג-בוך, ניו-יאָרק, 1961, 313.)

פֿאַר אים איז טעריטאָריאַליזם און בפֿרט פֿרײַלאַנד געװען ניט אַזוי אַ פּאָליטישע באַװעגונג װי אַ נאַציאָנאַל־קולטורעלע. ער האָט באַטאָנט גײַסט־ייִדישקײט אַקעגן “מלוכה־ייִדישקײט” און האָט געשטרעבט צו געפֿינען פֿאַר ייִדן אַ פֿרײַ לאַנד אונטער אַ דעמאָקראַטישן רעזשים און נישט דװקא קײן באַזונדערע מלוכה. לויט אים איז קיום האומה אַלײן ניט געװען דער עיקר נאָר דאָס מאָראַליש–רעליגיעזע שליחות פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק װאָס אָן דעם זײַנען ייִדן נישט קײן ייִדן.


זײַנע ביכער נעמען אַרײַן:

אויף ייִדיש:

  • זכרונות פֿון אַ פֿאָלקס־קאָמיסאַר װאַרשע, 1931
  • געלעבט און געחלומט אין אויסטראַליע מעלבורן, 1943
  • מיט אײן פֿוס אין אַמעריקע: פּערזאָנען, געשעענישן און אידעען מעקסיקע, 1951
  • אין קאַמף פֿאַר מענטש און ייִד בוענאָס־אײַרעס, 1952

אויף ענגליש:

  • Spiridonova: Revolutionary Terrorist Translated and edited by Gwenda David and Eric Mosbacher. London: Methuen & Co., ltd., 1935.
  • Australia - The Unpromised Land London: Gollancz, 1948
  • In the Workshop of the Revolution New York, Toronto: Rhinehart, 1953