געוועזענע רעדאַקטאָרן
Former Editors


‫בן־אַדיר (אַבֿרהם ראָזין)

‫בן־אַדיר (אַבֿרהם ראָזין)

קרוטשע, װײַסרוסלאַנד 1878 – ניו־יאָרק 1942


דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון אויפֿן שװעל, 1940 – 1942
בן־אַדיר – פּסעװדאָנים פֿון אַבֿרהם ראָזין
קרוטשע, װײַסרוסלאַנד 1878 – ניו־יאָרק 1942.

געבוירן געװאָרן אין 1878 אין קרוטשע, װײַסרוסלאַנד, האָט בן־אַדיר געשטאַמט פֿון רבנים; זײַן מאַמע איז געװען די טאָכטער פֿון דעם קרוטשער רבֿ. װי אַ קינד האָט בן־אַדיר געלערנט אין חדר מיטן זײדן און האָט זיך דערנאָך, צו פֿערצן יאָר, באַקענט מיט דער השׂכּלה־ליטעראַטור אויף העברעיִש. צו זעכצן יאָר איז ער געפֿאָרן קײן אָדעס צו האַלטן עקזאַמען װי אַן עקסטערן און דאָרטן איז ער פֿאַרכאַפּט געװאָרן פֿון אַלגעמײנע און ייִדישע סאָציאַליסטישע אידײען.

נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין 1897 איז ער אַ צײַט געװען אַן אָנהענגער פֿון הערצלס פּאָליטישן ציוניזם און אַ קעגנער פֿון אַחד־העמס גײַסטיקן ציוניזם. ער איז אָבער באַלד געקומען צום אויספֿיר אַז דער ציוניזם װעט נישט פֿאַרענטפֿערן אַלע ייִדישע פּראָבלעמען און האָט פֿאָרמולירט זײַן פּלאַן צו שאַפֿן אַ פּאַרטײ צו זוכן מיטלען צו לינדערן די ייִדישע פֿאָלקסנויט דורך טעריטאָריאַלער קאָנצענטראַציע. מיט דרײַ יאָר שפּעטער איז זײַן פּראָגראַם געװאָרן די באַזע פֿון דער סײמיסטישער (ייִדישע סאָציאַליסטישע אַרבעטער) פּאַרטײ.

אין משך פֿון די יאָרן האָט בן־אַדיר רעדאַקטירט און אָנטײל גענומען אין אַ סך פּובליקאַציעס אויף רוסיש און אויף ייִדיש, צװישן זײ װאָזראָזשדעניע (אויפֿלעבונג) פֿון װעלכער ער איז געװען רעדאַקטאָר, סער”פּ (רוסיש) און פֿאָלקס-שטימע, דאָס נײַע לעבן (נ”י), די נײַע צײַט (קיִעװ), דער װעג: זשורנאַל פֿאַר פֿראַגן פֿון ייִדישער עמיגראַציע און קאָלאָניזאַציע. געלעבט האָט ער אין מינסק, כאַרקאָװ, פּאַריז, קיִעװ, קאָװנע, תּל־אָבֿיבֿ און בערלין ביז 1933. פֿון בערלין איז ער װי אײנער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון דער אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע, צוזאַמען מיט דער רעדאַקציע, װידער אַריבער קײן פּאַריז. דאָרטן האָט ער אונטערן שאָטן פֿון דעם װאַקסנדיקן היטלעריזם פֿאַרשטאַרקט זײַן טעריטאָריאָליסטישע אידעאָלאָגיע. אין 1935 האָט ער אין פּאַריז פֿאַרלײגט און אָנגעפֿירט מיט דער פֿרײַלאַנד־ליגע און אין 1940. נאָכן צוזאַמענברוך פֿון פֿראַנקרײַך, איז ער געקומען קײן ניו־יאָרק װוּ ער האָט פֿאַרלײגט און רעדאַקטירט אויפֿן שװעל, דער ערשטער גילגול פֿון אונדזער זשורנאַל, אַרויסגעגעבן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿרײַלאַנד־ליגע. ער איז געשטאָרבן אין 1942.


פּובליקאַציעס:

אויף ייִדיש:

  • פֿאַרן געשיכטלעכן יום-הדין — דאָס ייִדישע פֿאָלק צװישן תּוכחה און גאולה פּאַריז, 1940
  • ציוניזם, טעריטאָריאַליזם, סאָציאַליזם (בראָשור). װאַרשע, 1936
  • אין כאַאָס פֿון לעבן און דענקען — אַ זאַמלונג פֿון אַרטיקלען בערלין, 1925
  • אונדזער שפּראַכן־פּראָבלעם (בראָשור). קיִעװ, 1918
  • שטאַרקע װערטער — שװאַכע געדאַנקען. װילנע, 1906

אויף ענגליש:

  • People and Land: When the Hour of Fate Strikes New York, Freeland League, 1941