פֿינאַנציעלע אינפֿאָרמאַציע
Financial Information



דאַטנשיץ־פּאָליטיק פֿאַר אונדזערע שטיצערס

די ייִדיש־ליגע רעספּעקטירט די פּריוואַטקייט פֿון אַלע אירע בײַשטײַערערס. מיר האַלטן פֿון באַוואָרענען פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע און פֿאַרזיכערן די פּריוואַטקייט פֿון אונדזערע מנדבֿים. אײַער נאָמען, אַדרעס, און וואָס נאָך פֿאַר אַ אַנדערע פּערזענלעכע דאַטן איר ווילט נאָר אָנגעבן, וועט די ייִדיש־ליגע ניצן נאָר כּדי אײַך צו האַלטן אינפֿאָרמירט וועגן אונדזערע אַקטיוויטעטן, אַרײַנגערעכנט אונדזערע פּראָגראַמען, ספּעציעלע אונטערנעמונגען, און פֿינאַנץ־נייטיקייטן. טאָמער באַשליסט איר, צו יעדער צײַט, אַז איר ווילט נישט קריגן אַזוינע ידיעות, לאָזט אונדז וויסן און מיר וועלן אויסלאָזן אײַער נאָמען פֿון אונדזער פּאָסט־רשימה.

מיר רעספּעקטירן אַלע בקשות מצד מנדבֿים צו בלײַבן אַנאָנים.