וויווי לאַקס וועגן איר נײַ בוך East End Jews
Vivi Lachs on her new book: East End Jews
- דעם 29סטן אָקטאָבער 2025
- In-Person Event
-
In-Person Event
די ייִדיש־ליגע פֿאַרבעט אײַך האַרציק אויף אַ לעקציע פֿון
דער באַקאַנטער היסטאָריקערין פֿונעם לאָנדאָנער ייִדישן ציבור
וויווי לאַקס
וואָס וועט רעדן וועגן איר נײַ בוך
East End Jews
Sketches from the London Yiddish Press
מיטוואָך, דעם 29סטן אָקטאָבער 2025
5:00 נאָך מיטאָג
3080 בראָדוויי (ראָג וועסט 122סטע גאַס)
מאַנהעטן
צווישן 1884 און 1954 האָט די לאָנדאָנער פּרעסע אַרויסגעגעבן הונדערטער פֿעליעטאָנען פֿון אָרטיקע שרײַבערס וועגן לאָנדאָנער ייִדישן לעבן. די קורצע דערציילונגען זענען סאַטיריש, קאָמיש און רירנדיק, אויף טשיקאַווע טעמעס ווי, למשל: מלחמה אין דער היים צווישן די מינים, פּאָליטיק אין די קאַפֿעען, און ספֿרי־תּורה אויף די גאַסן. די דערציילונגען האָבן געשריבן סײַ גוט באַקאַנטע שרײַבער (למשל, מאָריס ווינטשעווסקי, יוסף־חיים ברענער און אסתּר קרייטמאַן), סײַ היפּש ווייניקער באַקאַנטע.
וויווי לאַקס און שבֿע צוקער (ייִדיש־לערער און געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון אויפֿן שוועל) וועלן אין איינעם פֿאָרשטעלן אַ ריי פֿעליעטאָנען – אויף ענגליש און ייִדיש – און וועלן אַרומרעדן די טעמעס וואָס די פּרעסע האָט אַרויסגעהויבן.
וויוויס בוך וועט זײַן צום פֿאַרקויפֿן.
נאָר 25 דאָלאַר – רעדוצירט פֿונעם סתּם פּרײַז פֿון 35 ד. צום באַצאָלן נאָר מיט מזומן!
אַרײַנטריט איז פֿרײַ._
וויווי לאַקס איז אַ היסטאָריקערין פֿון לאָנדאָנס ייִדישן „איסט־ענד“, ווי אויך אַן איבערזעצער און זינגערין. זי איז די מחברטע פֿון Whitechapel Noise און London Yiddishtown, אַחוץ אַקאַדעמישע און פּאָפּולערע אַרטיקלען. זי איז אַ קולטור־טוערין אין לאָנדאָן און האָט מיטאָרגאַניזירט סײַ דעם גרויסן ייִדישן פּאַראַד, סײַ דעם Yiddish Café Trust. זי זינגט פּאָפּולערע לידער אויפֿן „קאָקני־ייִדיש“ מיט די גרופּעס קלעזמער־קלאָב און קאַטשאַנעס, און פֿירט שפּאַצירטורן איבער דעם „איסט־ענד“.
- דעם 29סטן אָקטאָבער 2025
- In-Person Event