דאָס אויפֿוואַקסן חסידיש אין ווין: אַ ייִדיש לעבנסבילד
Growing Up Hasidic in Vienna: A Yiddish Portrait
- דעם 25סטן יאַנואַר 2026
- Online Event
-
Online Event
געבוירן אין ווין בײַ אַ חסידישער סלאָנימער משפּחה, אַ צאַנזער־רבישער אייניקל — איידל מלוביצקי טראָגט אין זיך אַ לעבעדיק לעבנבילד פֿון אַ חסידישער וועלט אין אַ מאָדערנער שטאָט. אין איר דערציילן פֿאַרבינדן זיך פּערזענלעכע זכרונות מיט קהילות־געשיכטע, און ייִדיש בלײַבט די שליסלשפּראַך פֿאַר ביידע.
קומט אויף אַ זומישן שמועס און באַקענט זיך מיט
אײדל מלוביצקי (מאַלאָוויצקי)
איידל איז אַ ייִדיש־לערערין און קולטור־פֿיגור, אַקטיוו אין פֿאַרשידענע אינסטיטוציעס — צווישן זיי ווין־אוניווערסיטעט, יונג־ייִדיש־ווין און ייִדיש־זומער־ווײַמאַר. זי איז אַ וועגווײַזערין און גיט לעקציעס וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון ווין, חסידישער געשיכטע בכלל, און די געשיכטע פֿון דער חסידישער קהילה אין ווין בפֿרט. בקרובֿ וועט אויך אַרויס אַ דאָקומענטאַר וועגן די בית־יעקבֿ־שולעס, וווּ איר פּערזענלעכע געשיכטע טרעפֿט זיך מיט קינאָ, געשיכטע און חינוך.
זונטיק, דעם 25סטן יאַנואַר 2026/ז׳ שבֿט תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 11:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 2:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 19:00
ווין: 20:00
ישׂראל: 21:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 25סטן יאַנואַר 2026
- Online Event