פּערל גליק: ייִדיש און דאָס דערציילן מעשׂיות אין הײַנטיקן קינאָ
Pearl Gluck: Yiddish, Film, and Storytelling
- דעם 23סטן נאָוועמבער 2025
- Online Event
-
Online Event
וואָס געשעט ווען אַ יונגע פֿרוי פֿאָרט זוכן אַ פֿאַרלוירענע געבענטשטע חסידישע סאָפֿע אין אונגערן, און געפֿינט דווקא אַ נײַעם קונסטוועג וואָס ברענגט ייִדיש אין קינאָ אַרײַן, און הייבט אָן אַ געראָטענע פֿילם־קאַריערע? באַקענט זיך אויף אַ זומישן שמועס מיט
פּראָפֿ׳ פּערל גליק
פּערל איז אַ פֿילם־מאַכערין און פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿילם־פּראָדוקציע בײַ פּען־סטייט־אוניווערסיטעט, און די גרינדערין פֿון Palinka Pictures. זי שאַפֿט דאָקומענטאַלע און נאַראַטיווע פֿילמען, אין וועלכע זי אינטעגרירט ייִדיש־לשון און די טעמעס זכּרון, משפּחה און דאָס דערציילן פּערזענלעכע געשיכטעס.
אירע פֿילמען האָט מען שוין געוויזן אינעם Film Forum און אויף PBS, צווישן אַנדערע, ווי אויך אין פּראָגראַמען פֿאַרבונדן מיט Cannes. צווישן אירע באַקאַנטסטע פֿילמען זענען: דיוואַן, Where is Joel Baum? און שלעסר אינעם הימל.
מיר וועלן שמועסן וועגן איר שאַפֿערישן פּראָצעס, ווי ייִדיש שפּילט אַ ראָלע אין אירע פֿילמען, און די געשיכטע הינטער געוויסע סצענעס. מיר וועלן אויך ווײַזן קורצע אויסצוגן צו פֿאַרטיפֿן דעם שמועס.
זונטיק, דעם 23סטן נאָוועמבער 2025/ג׳ כּיסלו תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:30
פּאַריז: 19:30
ישׂראל: 20:30
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 23סטן נאָוועמבער 2025
- Online Event