200 באַהאַלטענע לעבנס־געשיכטעס פֿון ייִדן אין אַמעריקע
200 Hidden Stories of Jewish America
- דעם 19טן מײַ 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ’ דניאל סויער. הערט וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אויטאָביאָגראַפֿיע־קאָנקורס וואָס דער ייִוואָ האָט אָפּגעהאַלטן אין יאָר 1942, אויף דער טעמע „פֿאַר וואָס בין איך אַוועק פֿון דער אַלטער היים, און וואָס איך האָב דערגרייכט אין אַמעריקע“. איבער 200 „געוויינטלעכע“, טאָג־טעגלעכע מענטשן האָבן אַרײַנגעשיקט זייער לעבנס־געשיכטע. מיר לייענען עטלעכע בײַשפּילן פֿון אָט די אוצרות, און באַקענען זיך מיט עטלעכע פֿון די שרײַבערס און זייער לעבן. מיר רעדן אויך אַרום סויערס אייגענע געשיכטע, זײַנע ביכער און פֿאָרשונגען.
דניאל סויער איז אַ פּראָפֿעסאָר אין פֿאָרדאַם־אוניווערסיטעט (ניו־יאָרק). ער האָט געדינט ווי אַן אַרכיוויסט בײַם ייִוואָ, און האָט מיטרעדאַקטירט און געשריבן איבער צען ביכער אויף ענגליש מיט אַ שײַכות צו אונדזער טעמע, וואָס באַהאַנדלען ייִדישע אימיגראַנטן, ייִדיש אין אַמעריקע און לינקע אידעאָלאָגיעס.
- דעם 19טן מײַ 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג