עליע פּאַלעווסקי: אַ לעבן אויף ייִדיש
Elye Palevsky: Living in Yiddish and Yiddish Activism
- דעם 23סטן מײַ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און עליע פּאַלעווסקי, הערט וועגן זײַן משפּחהס געשיכטע און זייער אַרבעט לטובֿת ייִדיש אין ליטע און דערנאָך אין אַמעריקע, וואָס דאָס הייסט אויסוואַקסן אין אַ בונדישער שטוב, און וואָס דאָס באַטײַט זײַן אַ בונדיסט בײַם הײַנטיקן טאָג. מיר שמועסן אויך אַרום זײַנע פֿאַרשידענע ראָלעס אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורך די יאָרן.
עליע פּאַלעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק בײַ אַ חשובֿער משפּחה פֿון דער ליטע. ער איז אַקטיוו שוין צענדליקער יאָרן אין פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק, צווישן זיי: ווי אַ קולטור־דירעקטאָר אינעם אַמאָליקן קעמפּ המשך (נ״י); אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע בײַ דער ייִדיש־ליגע און נאָך. ער האָט געלערנט ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אינעם „ייִדיש־אינסטיטוט“ (ווילנער אוניווערסיטעט), קווינסער קאַלעדזש (נ״י), און אַרבעטער־רינג־ און שלום־עליכם־שולן.
- דעם 23סטן מײַ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג