שפֿרה לאָווען: פֿון קרית טאָהש צום אומבאַוווּסטן
Shifra Lowen: From Kiryas Tosh to the unknown
- דעם 17טן מאַרץ 2025
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און שפֿרה לאָווען, הערט וועגן איר איבערלעבונג פֿון אויפֿוואַקסן, און אױפֿהאָדעװען אַ משפּחה, אין אַ קליין חסידיש דערפֿל אין קוועבעק; וועגן מיידל־חינוך און ייִדיש־שאַפֿונג אין דער קהילה, אַרײַנגערעכנט אירע אָריגינעלע ייִדיש־לידער וואָס זענען באַקאַנט געוואָרן איבער דער חסידישער וועלט. מיר רעדן אויך אַרום איר לעבנסוועג פֿון פֿאַרלאָזן די קהילה צוזאַמען מיט איר גאַנצער משפּחה.
שפֿרה לאָווען איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ חסידישער משפּחה, חתונה געהאַט, און דערצויגן אַ משפּחה אין קרית טאָהש. דאָרט פֿלעגט זי שרײַבן אַרטיקלען פֿאַר חסידישע זשורנאַלן, און צושטעלן גראַמען פֿאַר קאָמפּאָנירטע ייִדיש־לידער וואָס מע האָט געזונגען אין מיידל־קעמפּן און ־שולעס, ווי אויך פֿאַר מוזיקדיסקן אויף וועלכע מענער־זינגערס זינגען אירע לידער. צום סוף האָט זי פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה. הײַנט וווינט זי מיט איר משפּחה אין מאָנטרעאָל.
- דעם 17טן מאַרץ 2025
- אָנלײַן־אונטערנעמונג