פֿיליפּ שוואַרץ: הײַנטצײַטיקער ייִדישיזם; מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן; נעאָ חסידיזם און נאָך
Phillip Schwartz: Eastern European Jews neo hasidism and more
- דעם 21סטן פֿעברואַר 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פֿיליפּ שוואַרץ, מען רעדט וועגן ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט פּוילן און פּוילישע ייִדן; וואָס דאָס הייסט זײַן אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישיסט אין מיזרח־אייראָפּע; נעאָ־חסידיזם און וווּ מען קען אַזוינס טרעפֿן אין דער ליטעראַטור; און ייִדיש־זשורנאַליזם און ־לערערײַ.
פֿיליפּ שוואַרץ איז געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד. ער האָט שטודירט סלאַווישע לינגוויסטיק, מיזרח־אייראָפּעיִשע געשיכטע, און חורבן־לימודים. ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער אין יודאַיִסטיק בײַם ברעסלער (װראָצלאַװער) אוניווערסיטעט, און איז איצט אַ דאָקטאָראַט־סטודענט פֿון ייִדיש־ליטעראַטור. זײַנע פֿאָרש־אינטערעסן נעמען אַרײַן די נעאָ־חסידישע ליטעראַטור און סאָוועטישע ייִדישע קולטור. פֿיליפּ שרײַבט אַ סך פֿאַר פֿאַרשידענע זשורנאַלן און צײַטונגען, צווישן זיי: פֿאָרווערטס, אויפֿן שוועל, ייִדישלאַנד און נאָך. פֿיליפּ איז אויך אַ ייִדיש־לערער בײַם ייִוואָ.
- דעם 21סטן פֿעברואַר 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג