פֿאַרכאַפּט אין די הענט פֿון די כאַמאַס־טעראָריסטן
Captured in the Hands of Hamas Terrorists
- דעם 12טן אַפּריל 2025
- רעקאָרדירט
-
רעקאָרדירט
דער דאָזיקער אויפֿטרייסלענדיקער אינטערוויו איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט חדשים צוריק, נאָך אין אַפּריל 2024. הײַנט — כּמעט אַ יאָר נאָכן שוידערלעכן 7טן אָקטאָבער, ווען די מלחמה אין עזה ציט זיך ווײַטער — ברענגען מיר אים דאָ פֿאַרן ברייטן ציבור, ווײַל די אַכזריותן פֿון כאַמאַס זײַנען ווײַטער און ווידער אַקטועל און מוזן געדענקט ווערן. דער מאָרד פֿון זעקס יונגע פֿאַרכאַפּטע אין דער לעצטער וואָך האָט אונדז ביטער דערמאָנט, אַז די וועלט האָט צו טאָן מיט אַן אומברחמנותדיקער טעראָר־אָרגאַניזאַציע, גרייט צו טייטן אומשולדיקע בשעת כּלומרשטע פֿאַרהאַנדלונגען לטובֿת אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד.
משה רויזען איז איינער פֿון די לעבן־געבליבענע. אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אַרגענטינע פֿון אַ ייִדישיסטיש אָריענטירטער משפּחה, לעבט ער שוין לאַנגע יאָרן אין ישׂראל און האָט זיך בשעתּו באַזעצט אין קיבוץ ניר יצחק. דאָרט איז ער, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און אַלע אַנדערע תּושבֿים פֿונעם קיבוץ און פֿון די אַרומיקע קיבוצים, איבערגעראַשט געוואָרן פֿֿון די אַטאַקן דעם לעצטן שׂימחת־תּורה. אין זײַן עדותשאַפֿט פֿון יענעם טאָג צייכנט ער נאָך די מורא פֿון די ערשטע שעהען, די אומזיכערקייט און טויט־סכּנה, די יסורים פֿון געכאַפּט ווערן אין זײַן אייגענער שטוב, דאָס פֿאַרוווּנדיקט און פֿאַרשלעפּט ווערן מיטן ווײַב ביזן אויפֿגעריסענעם גרענעצפּלויט. פֿון אָנהייב אָן איז אים געווען וויכטיק עדות צו זאָגן. דאָס צו טאָן אויף מאַמע־לשון איז געווען אַ באַזונדערע איבערלעבונג אי פֿאַר אים אי פֿאַר אונדז.
זאָל ער זוכה זײַן צו אַ פֿולער רפֿואה־שלמה. זאָלן נאָך אַנדערע וואָס זײַנען געווען ווייניקער מזלדיק ווי ער זיך אומקערן לעבעדיקע פֿון עזה. זאָלן אַלע וואָס זײַנען דאָרט אומגעקומען — געדענקט ווערן.
- דעם 12טן אַפּריל 2025
- רעקאָרדירט