עמיל קאַלין (תּל-אָבֿיבֿ)
Emil Kalin (Tel Aviv)
- דעם 2טן דעצעמבער 2021
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
עמיל קאַלין האָט געדרוקט זײַן דערציילונג „די רעוואָלוציע“, וועגן די איבערקערענישן אין רומעניע, אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל“ ( נומ׳ 391–392, פֿרילינג/זומער 2021).
קאַלין איז געבוירן געוואָרן אין בוקאַרעשט, רומעניע, אין 1980. צו פֿיר יאָר האָט ער מיט דער משפּחה עולה געווען, און ער לעבט הײַנט אין תּל-אָבֿיבֿ. עמיל האָט זיך געלערנט קאָמפּיוטערײַ אין דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים און האָט דעמאָלט געמאַכט די ערשטע שרײַבערישע פּרוּוון, וואָס האָבן זיך געדרוקט אין די ליטעראַרישע זשורנאַלן „ירושלימער אַלמאַנאַך“ און „גילגולים“. שפּעטער האָט ער געדרוקט זײַנע אַרטיקלען און דערציילונגען אינעם „פֿאָרווערטס“. אין יאָר 2017 איז אַרויס זײַן ערשט פּראָזעבוך, „שאָטנס אויפֿן טראָטואַר“. ער דרוקט זיך רעגולער אויפֿן בלאָג „ייִדיש־בראַנזשע“ און האַלט אין אַרויסגעבן זײַן צװייט בוך.
- דעם 2טן דעצעמבער 2021
- אָנלײַן־אונטערנעמונג