יעקבֿ פֿינקלמאַן: ווען ייִדיש האָט געקלונגען אין מעקסיקע
When Yiddish Echoed in Mexico
- דעם 23סטן יוני 2025
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און יעקבֿ פֿינקלמאַן, אַ געבוירענער אין שטאָט מעקסיקע אין די 1940ער יאָרן, איז פֿינקלמאַן אויפֿגעוואַקסן אין אַ קהילה וווּ ייִדיש איז געווען די שפּראַך פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן — אין דער היים, אין שול, אויף דער גאַס, און אין די טיפֿענישן פֿון דער נשמה. אין דעם שמועס דערציילט ער וועגן זײַנע יאָרן אין אַ ייִדישער שולע, פֿון משפּחה־לעבן און קהילה־זכרונות, און וועגן דעם לעבן פֿון ייִדיש אין מעקיסקע נאָך דער מלחמה. איר וועט אויך הערן וועגן זײַן לאַנגיאָריקן פֿאַך — ווי ער האָט צוגעשטעלט וויסן אין טעלעקאָמוניקאַציע איבער דער וועלט — און וועגן זײַן עליה קיין ישׂראל, וווּ ער וווינט הײַנט.
- דעם 23סטן יוני 2025
- אָנלײַן־אונטערנעמונג