יעד בירן: ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ
Yaad Biran: Yiddish in Tel Aviv
- דעם 11טן פֿעברואַר 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר יעד בירן הערט וועגן ייִדיש־שאַפֿונג און ־שרײַבערס אין ארץ־ישׂראל און אין תּל־אָבֿיבֿ בפֿרט, און וועגן דעם מעמד פֿון ייִדיש אַקעגן העברעיִש, אַ מאָל און הײַנט. מיר רעדן אויך אַרום ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ הײַנטיקע צײַטן, אַרײַנגערעכנט זײַן אַרבעט ווי אַ ייִדיש־טורפֿירער און שרײַבער פֿון ייִדיש־קאַבאַרעטן.
ד״ר יעד בירן איז געבוירן געוואָרן אין 1976. זײַן דאָקטאָראַט באַהאַנדלט די רײַזעס פֿון ייִדישע שרײַבער קיין ארץ־ישׂראל. ער האָט געלערנט ייִדיש־שפּראַך און ־ליטעראַטור אין חיפֿה־, תּל־אָבֿיבֿ־ און העברעיִשן אוניווערסיטעט, ווי אויך אין ייִוואָ, און אין בית־שלום־עליכם. ער האָט געשריבן אַ בוך דערציילונגען אויף העברעיִש לצחוק עם לטאות (לאַכן מיט יאַשטשערקעס), וואָס זייער הויפּט־מאָטיוו איז ייִדיש. זײַן סעריע ייִדיש־קאַבאַרעטן, אסתּרס קאַבאַרעט, האָט מען פֿאָרגעשטעלט איבער ישׂראל. בירן איז אויך אַ שאַפֿער פֿונעם טורפּראָיעקט ייִדיש אויף די גאַסן, אין וועלכן ער פֿירט טורן וואָס גייען נאָך די שפּורן פֿון ייִדיש־קולטור אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים.
- דעם 11טן פֿעברואַר 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג