ייִדיש הײַנט | קאַפּיטל ג’ – מיט מענדי כּהנא וועגן זײַנע סאָרטן קונסט, פֿון טעלעוויזיע ביז בדחנות
Mendy Cahan About His Art, Yiddish on Netflix, Badkhones, Oscar Award, & More (English Translation)
- דעם 19טן יוני 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
ייִדיש הײַנט איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל פֿון „ייִדיש הײַנט“ שמועסן מיר מיט מענדי כּהנא וועגן זײַן קונסט – אין פֿילמען, טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און טעאַטער – ווי אויך וועגן זײַן פּאָעזיע, זײַן בדחנות, און זײַן מוזיק.
מענדי כּהנא איז דער אויפֿשטעלער און דירעקטאָר פֿון „יונג־ייִדיש“, אַ ייִדיש־אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל זינט 1990. מענדי איז אויך אַן אַקטיאָר, וואָס האַט געשפּילט 30 יאָר לאַנג אין אָן אַ שיעור ייִדישע שפּילן אין טעאַטער, פֿילם און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. מענדי איז אַ זינגער און האָט אויפֿגעשטעלט אַ ייִדיש־שפּראַכיקע קאַפּעליע „דער ייִדיש-עקספּרעס“ וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטדיסק מיטן נאָמען „ייִדיש־פֿיבער“. מענדי האָט געשריבן פּאָעזיע אין פֿאַרשידענע ייִדיש־זשורנאַלן. דורך די יאָרן האָט ער אויפֿגעבויט און געלערנט קורסן וועגן ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע, בדחנות און נאָך, אין פֿארשידענע ייִדישע אינסטאַנצן ווי „קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט“, און אין די די ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען אין ווײַמאַר, תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, קאַלעדזש־אוניווערסיטעט לאָנדאָן (UCL), און אין ווילנער אוניווערסיטעט.
- דעם 19טן יוני 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג