חנה פּאָלאַק: אַ בליק אויפֿן פֿאָרווערטס-אַרכיוו
Chana Pollack: A View Of the Forward Archive
- דעם 17טן סעפּטעמבער 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ בליק אויפֿן פֿאָרווערטס-אַרכיוו, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און דער אַרכיװיסטקע בײַם פֿאָרווערטס: חנה פּאָלאַק. הערט וועגן דער געשיכטע פֿון דער סאַמע לאַנגיאָריקער ייִדישער צײַטונג, דעם פֿאָרווערטס; וועגן דעם אַרכיוו און וואָס פֿאַר אַ מאַטעריאַלן זענען דאָרטן פֿאַראַן; וווּ מע קען געפֿינען אַלע אַלטע נומערן; און וועגן דער געוועזענער ראַדיאָ־סטאַנציע בײַם פֿאָרווערטס. מיר רעדן אויך אַרום חנהס אייגענע געשיכטע און איר אַרבעט בײַם אַרכיוו.
חנה פּאָלאַק איז דער ממונה איבער דער פֿאָרשונג, איבערזעצונג און פּראָדוקציע פֿון דעם אָריגינעלן אַרכיוואַלן אינהאַלט פֿונעם פֿאָרווערטס. צווישן חנהס פּראָדוקטן קען מען טרעפֿן אַן איבערזעצונג פֿון די רײַזע־רעפּאָרטאַזשן פֿונעם גרינדער און פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, וואָס איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער; ווי אויך אַ בוך א״ט: A Living Lens: Photographs of Jewish Life From the Pages of the Forward. חנה איז געווען דער פֿילמירער, רעדאַקטאָר און פּראָדוצירער פֿון דער ווידעאָ־סעריע בײם פֿאָרווערטס, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס“ (“Yiddish Writers Monologues”).
- דעם 17טן סעפּטעמבער 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג