דזשאַש וואַלעצקי: פּליטים צוזאַמען
Josh Waletzky: Refugees Together
- דעם 26סטן מאַרץ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן ד”ר איציק גאָטעסמאַן און דזשאַש וואַלעצקי. מען רעדט וועגן דעם ייִדישן טעאַטראַלישן קאָנצערט „פּליטים צוזאַמען” פֿון דזשאַש וואַלעצקי און דזשיין לעוויסאָן, וואָס איז פֿאָרקומען דעם 26סטן מאַרץ 2023 אויפֿגעפֿירט פֿון דער פֿאָלקסבינע און דעם מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה (ניו־יאָרק).
דזשאַש וואַלעצקי, דער ניו־יאָרק־געבוירענער קאָמפּאָזיטאָר, און דער דראַמאַטורג דזשיין לעוויסאָן שטעלן פֿאָר אַ נײַעם טעאַטראַלישן קאָנצערט „פּליטים צוזאַמען“ – אַ קול־קורא צו סאָלידאַריטעט מיט אַלע און אַלץ וואָס שטייט אין סכּנה. מיט דינאַמישע, וואָגיקע לידער וועגן אימיגראַציע און פּליטה, קלימאַטן־בײַט, ראַסיזם, מאַסן־שיסערײַען, אַנטיסעמיטיזם און אַנדערע מכּות אין דער הײַנטיקער וועלט, מוטיקן זיי אונדז אַלעמען אָן: „לאָמיר שליסן אָרעמס און פֿריִערט גיין אין גאַס צוזאַמען, צוזאַמען קעגן בלוט און האַס“.
וואַלעצקי האָט אָנגעשריבן די לידער פֿאַר די יחידי־סגולה אין דער ייִדישער מוזיקאַלישער וועלט, אַרײַנגערעכנט: דניאל קאַהן, סוועטאַ קונדיש, סאַשאַ לוריא, פּאָלינאַ שעפּאַרד, מערלין שעפּאַרד, איליאַ שנייווײַס, דזשייק שולמאַן־מענט, בעט סילווער און דבֿורה שטראַוס.
- דעם 26סטן מאַרץ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג