בעלאַ בריקס־קלײַן: וועגן ירחמיאל בריקס; ייִדיש אין ישׂראל
Bella Bryks-Klein: Yiddish in Israel
- דעם 26סטן מאַרץ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און בעלאַ בריקס־קלײַן מען רעדט וועגן ייִדיש אין ישׂראל, ספּעציעל איר חודשלעכע פּובליקאַציע “וואָס? ווען? וווּ?”, אַ בולעטין וואָס לאָזט וויסן אַלץ וואָס קומט פֿאָר אינעם קומעדיקן חודש אין ישׂראל בנוגע ייִדיש. מיר וועלן אויך רעדן וועגן איר טאַטן, דעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, אין ליכט פֿון איר פֿאָרשאַרבעט, און ווערק וואָס זי האָט געשריבן וועגן אים. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן אירע פֿאַרשידענע ראָלעס אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
בעלאַ בריקס-קלײַן איז געבוירן געוואָרן אין שטאָקהאָלם. זי איז אַ טאָכטער פֿונעם פֿעיִקן חורבן־שרײַבער ירחמיאל בריקס. דער ייִוואָ און HIAS האָבן אַראָפּגעבראַכט זייער משפּחה קיין אַמעריקע, און אירע קינדער־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין מאַנהעטן. זי האָט דערנאָך עולה געווען, און האָט פֿאַרענדיקט איר מאַגיסטער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, מיט אַן אַרומנעמיקער טעזע וועגן איר טאַטנס לעבן און שריפֿטן וואָס ער האָט באַגראָבן אין, און שפּעטער געראַטעוועט פֿון, לאָדזשער געטאָ.
אין די לעצטע יאָרן האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיטן ווײַטער פֿירן איר טאַטנס ווערק און פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור. הײַנט איז זי אַ קאָאָרדינאַטאָרשע אין „בית־שלום־עליכם“ אין תּל־אָבֿיבֿ. זי איז דער פֿאַרטרעטער פֿונעם ייִדישן „פֿאָרווערטס“ אין ישׂראל, און אינטערװיויִרערשע און איבערזעצערין בײַם „יד־ושם“, „USC־חורבן־פֿונדאַציע“ (USC Shoah Foundation), און בײַם „ייִדיש־שפּיל“ טעאַטער. זי טרעט אויף מיט איר אַליין געשריבענער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג „מײַן טאַטנס טאָכטער“ אויף ייִדיש, ענגליש און העברעיִש. דאָרט, מיט אַרײַנגעפֿלאָכטענע ייִדישע לידער, ברענגט זי איר קול ווי אַ קינד פֿונעם צווייטן דור לעבן־געבליבענע ייִדן.
- דעם 26סטן מאַרץ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג