איזי פּאָזען: וועגן פֿיזיק אויף ייִדיש; חסידים אין לאָנדאָן
Izzy Posen: Physics in Yiddish; Hasidim in London
- דעם 17טן פֿעברואַר 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און איזי פּאָזען מען רעדט וועגן זײַן יוטוב־קאַנאַל, וווּ ער פֿירט אָן מיט אַ סעריע וועגן פֿיזיק און וויסנשאַפֿט אויף ייִדיש. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן אַרויסגיין פֿון דער חסידישער קהילה און זײַן הײַנטיקער באַציִונג מיט יענער קהילה.
איזי פּאָזען איז געבוירן געוואָרן אין סטאַמפֿאָרד־היל, לאָנדאָן, בײַ אַ חסידישער סאַטמערער משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר און ישיבֿות, און דערנאָך האָט ער ממשיך געווען אין דער אַקאַדעמיע. איזי האָט שטודירט פֿיזיק און פֿילאָסאָפֿיע, און פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער אין פֿיזיק בײַם בריסטאָלער אוניווערסיטעט. איזי באַטייליקט זיך אין אַ פּראָיעקט וואָס פֿאָרשט „חסידישע־אידיש“ און האָט אַ יוטוב־סעריע וועגן פֿיזיק אין גאַנצן אויף ייִדיש. ***
- דעם 17טן פֿעברואַר 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג