סאָסיע־פֿרײדל פֿאָקס: וועגן פֿעמיניזם אין ייִדיש און נאָך
Sandra Fox: feminism in Yiddish and more
- דעם 1טן נאָוועמבער 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ’ סאָסיע־פֿריידל פֿאָקס מען רעדט וועגן פֿעמיניזם און איר פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש“. אויך וועגן ייִדישע זומער־לאַגערן אין אַמעריקע, און איר פּערזענלעכער געשיכטע: איר דערוואַקסנשאַפֿט, איר לערנען זיך ייִדיש, און אירע הײַנטיקע ראָלעס און אַקטיוויזם אין שײַכות מיט ייִדיש.
סאָסיע־פֿרײדל פֿאָקס איז דער גאַסטירנדיקער געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש און ייִדישע לימודים א״נ גאָלדשטיין-גורען אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, ווי אויך דירעקטאָר פֿון דעם אַרכיוו פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע לינקע אין דער דיגיטאַלישער תּקופֿה. אירע פֿאָרש־אינטערעסן נעמען אַרײַן די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע, די געשיכטע פֿון יוגנט און קינדהייט, ייִדישע קולטור און די געשיכטע פֿון סעקסואַליטעט. איר קומעדיק בוך, The Jews of Summer: Summer Camp and Jewish Culture in Postwar America (פֿאַרלאַג סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, פֿעברואַר 2023) באַהאַנדלט די פֿאַקטישע איבערלעבונגען פֿון דער יוגנט אין נאָכמלחמהדיקע ייִדישע זומער־לאַגערן, און דאָס אָרט פֿון צווישנדורותדיקער אינטעראַקציע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.
סאָסיע־פֿרײדל האָט אין 2018 באַקומען איר דאָקטאָראַט פֿון דער בשותּפֿותדיקער פּראָגראַם אין געשיכטע און העברעיִש־ייִדישע לימודים בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. אַחוץ איר פֿאָרשונג איז זי דער גרינדער און עקזעקוטיוו־פּראָדוצירער פֿון דעם ייִדיש־שפּראַכיקן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש“: אַ פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אויף ייִדיש.- דעם 1טן נאָוועמבער 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג