מיכאל שניצלער: זײַן לעבן און מוזיק שאַפֿונג
Michael Schnitzler: His life and music
- דעם 19טן מײַ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
דעם חשובֿן ייִדיש־זינגער און ־גראַמער ר׳ מיכאל שניצלער ז״ל וואָס איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ חודש צוריק, ל״ע אין יונגע יאָרן.
https://www.youtube.com/@michoelschnitzlerofficial
הערט זיך צו, װי אלי בענעדיקט איז אים מספּיד און באַטאָנט זײַן וויכטיקייט אין דער חסידישער וועלט, און אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק. אין דעם ווידעאָ רעדט אלי אַרום וואָס ר׳ מיכאל האָט מחדש געווען דורך זײַנע יאָרן, און פֿאַר וואָס ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט אים אויב איר קענט אים נאָך נישט.
ר׳ מיכאל איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תשכ״א (1961), און אַוועק מיט אַ חודש צוריק, כ״ג ניסן תשפ״ג (14 אַפּריל 2023). מיכאל איז געווען אַ באַוווּסטער זינגער אויף דער חסידישער גאַס, און אַרויסגעגעבן דורך זײַן לעבן איבער פֿופֿצן דיסקן, ס׳רובֿ פֿון זיי אויף ייִדיש.
- דעם 19טן מײַ 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג