מאַרק קאַפּלאַן (לויִזיאַנע)
Marc Caplan (Louisiana)
- דעם 28סטן פֿעברואַר 2021
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
מאַרק קאַפּלאַן האָט געדרוקט זײַן עסיי „עבֿדים היינו? ראַסיזם, ייִדן און אַמעריקאַנער פּריווילעגיע“ אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל“ (נ׳ 388־390, זומער־האַרבסט־ווינטער 2020).
מאַרק קאַפּלאַן, אַ געבוירענער אין לויִזיאַנע, איז אַ גראַדויִרטער פֿון יעיל־אוניווערסיטעט וואָס האָט געקריגן זײַן דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. ער פֿאָרשט ס׳רובֿ די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור אין פֿאַרגלײַך מיט אַפֿריקאַנער ליטעראַטורן אויף ענגליש און פֿראַנצייזיש, ווי אויך די מאָדערנע קולטור, אַרײַנגערעכנט פֿילם, טעלעוויזיע, טעאַטער און מוזיק. ער איז איצט דער גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים א״נ בראַונסטאָון, בײַם דאַרטמאָט־קאַלעדזש.
- דעם 28סטן פֿעברואַר 2021
- אָנלײַן־אונטערנעמונג