ייִדישער טעאַטער מיט שיין בייקער
Yiddish theater with Shane Baker (English subtitles)
- דעם 22סטן אויגוסט 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
ייִדיש הײַנט איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען פּראָדוצירטע דורך דער ייִדיש־ליגע וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל פֿון „ייִדיש הײַנט“ שמועסן מיר מיט שיין בייקער וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס דאָס הייסט זײַן אַ ייִדיש־אַקטיאָר דורך זײַנע אויגן, זײַן שפּילן דורך די יאָרן, און אויך וועגן זײַן ראָלע ווי דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.
(רעקאָרדירט דעם 14טן אויגוסט 2022 פֿאַר אַ זומישן עולם)שיין בייקער איז אַ ייִדיש־אַקטיאָר, בינע־קינסטלער, ווערטער־מײַסטער און קולטור־טוער. שיין האָט זיך געלערנט נאָך בײַם פֿריִערדיקן דור אַקטיאָרן און פֿירט הײַנט ווײַטער די מסורה פֿונעם ייִדיש־טעאַטער, טרענירט תּלמידים, און שפּילט שוין צענדליקער יאָרן אויף יעדער ייִדיש־בינע וואָס איז נאָר פֿאַראַן אַרום דער וועלט. שיין פֿירט אויך אָן מיט דער ייִדיש־אָרגאַניזאַציע „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס“ וווּ ער אַרבעט לטובֿת ייִדיש און ייִדישער קולטור, און פֿאַרשפּרייט ייִדיש אַלץ ווײַטער און ווײַטער.
- דעם 22סטן אויגוסט 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג