טאָמאַס וווּדסקי וועגן ייִדיש אין שוועדן
Tomas Woodski about Yiddish in Sweden (English subtitles)
- דעם 24סטן אַפּריל 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
אַ שמועס מיט טאָמאַס וווּדסקי – המשך פֿונעם ערשטן טייל
אין דעם פֿריִערדיקן ערשטן טייל האָט טאָמאַס גערעדט וועגן דעם נײַעם סעזאָן פֿון זײַן ייִדיש־שפּראַכיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „וווּדסקיס וועלט“, ווי אויך די ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער וואָס ער האָט רעקאָרדירט.
אין דעם צווייטן טייל וועט טאָמאַס דערציילן וועגן ייִדיש אין שוועדן.ייִדיש הײַנט – איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר אַ בילד פֿון ייִדיש אין דער הײַנטצײַטיקער קולטור באַזירט אויף דירעקטע אונטערנעמונגען (פֿאַר אַ זום־עולם) און רעקאָרדירטע אינטערוויוען מיט פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן נײַע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל שמועסן מיר מיט טאָמאַס וווּדסקי, אַן אַרטיסט, ביבליאָטעקער און קולטור־טוער אין שטאָקהאָלם, שוועדן. מיר שמועסן זיך אַדורך וועגן דעם נײַעם סעזאָן פֿון זײַן טעלעוויזע־פּראָגראַם „וווּדסקיס וועלט“, ווי אויך וועגן די ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער וואָס ער האָט רעקאָרדירט, און בכלל וועגן זײַן באַציִונג צו ייִדיש.
- דעם 24סטן אַפּריל 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג