אַ שמועס מיט ד”ר מרים טרין וועגן אונדזער זשורנאַל “אויפֿן שוועל” און נאָך
Conversation with Dr. Miriam Trinh about Afn Shvel and more
- דעם 18טן סעפּטעמבער 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
ייִדיש הײַנט – איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען פּראָדוצירטע דורך דער ייִדיש־ליגע וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס או הײַנטיקע ייִדיש טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל פֿון „ייִדיש הײַנט“ שמועסן מיר מיט ד”ר מרים טרין וועגן איר אייגענע געשיכטע, איר לערן־פּראָגראַם „יאָ – ייִדיש אָרט“. איר אַרבעט ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־ליגע, „אויפֿן שוועל“, און אַ ביסל וועגן דער היסטאָריע פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל.
(רעקאָרדירט דעם 18טן סעפטעמבער 2022 פֿאַר אַ זומישן עולם)ד״ר מרים טרין, די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון „אויפֿן שוועל“, איז געבוירן געוואָרן אין קראָקע (פּוילן), אויפֿגעוואַקסן אין דייַטשלאַנד און עולה געווען קיין ישׂראל. זי האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע און ייִדיש, געשריבן איר מאַגיסטער אין דער סאָרבאָן (פּאַריז), און איר דאָקטאָראַט – וועגן שפּראַכיקער פּאָעזיע אין די געטאָ און לאַגערן – אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. זינט 1999 לערנט זי ייִדיש און ייִדיש־ליטעראַטור אין אַ סך ערטער, צווישן זיי: פּאַריז, אָקספֿאָרד, שטראַסבורג, טריִער, ווילנע, ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ און ניו־יאָרק. אין 3102–5102 איז זי געווען אַ פּאָסט-דאָקטאָראַנטקע אין דזשאָנס־האָפּקינס־אוניווערסיטעט אין באַלטימאָר. אירע פֿאָרש־אינטערעסן זײַנען די חורבן־ליטעראַטור, דער עיקר אויף ייִדיש, און די ליטעראַרישע רעאַקציע צווישן אייראָפּעיִשע ייִדן אויפֿן אויפֿקום פֿון נאַציזם.
- דעם 18טן סעפּטעמבער 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג