אַבֿרום בורשטיין: די כּלי־זמר־טראַדיציע אין ארץ־ישׂראל
Avrum Burstein: Klezmer tradition in Israel
- דעם 10טן דעצעמבער 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר יעד בירן הערט וועגן ייִדיש־שאַפֿונג און ־שרײַבערס אין ארץ־ישׂראל און אין תּל־אָבֿיבֿ בפֿרט, און וועגן דעם מעמד פֿון ייִדיש אַקעגן העברעיִש, אַ מאָל און הײַנט. מיר רעדן אויך אַרום ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ הײַנטיקע צײַטן, אַרײַנגערעכנט זײַן אַרבעט ווי אַ ייִדיש־טורפֿירער און שרײַבער פֿון ייִדיש־קאַבאַרעטן.
אַבֿרהם־לייב (אַבֿרום) בורשטיין איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים בײַ אַ ברעסלעווער חסידישער משפּחה. ער איז אַן אַקטיאָר און אַ כּלי־זמר וואָס שפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן. ער אַרבעט אויפֿצוהאַלטן די אויטענטישע ברעסלעווער נגינה־טראַדיציע, און צו פֿאַרטיפֿן און אויפֿלעבן די אַלטע כּלי־זמר־טראַדיציע צווישן די חסידים. דורך די יאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ סך מוזיקדיסקן, נאָטן־ביכלעך און פֿילמען. ער איז אויפֿגעטרעטן אין קאָנצערטן איבער דער גאָרער וועלט, און אויפֿגעשטעלט די אגודת הכליזמרים ירושלים און הקרצ’מע של בורשטיין (בורשטיינס קרעטשמע/Burstein’s Klezmer Basement).
- דעם 10טן דעצעמבער 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג