צושטיין און שטיצן
Join & Support


די ייִדיש־ליגע איז די פֿירנדיקע גלאָבאַלע אָרגאַניזאַציע וואָס גיט זיך אָפּ סײַ מיטן אויפֿהיטן ייִדיש ווי אַ געדויערדיקע, הײַנטצײַטיקע שפּראַך, סײַ מיטן פֿאַרזיכערן אַז זי בלײַבט רעלעוואַנט און ווערט באַניצט אין אַלע אַספּעקטן פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן. די ייִדיש־ליגע שטיצט אַ נאָרמירט, מאָדערן ייִדיש לשון, ווי אויך נײַע ליטעראַטור פֿאַר הײַנטיקע ייִדיש־רעדערס און קומעדיקע דורות.