
אין טעג ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקע, גייט אַרויס דער נײַער נומער אויפֿן שוועל וואָס איז כּולו האָפֿערדיק: אָפּגעגעבן דער יוגנט און ייִדיש אַ מאָל און הײַנט. דאָ וועט איר קענען לייענען וועגן בונדישע און ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען, זומער־קאָלאָניעס אין דעם נאָכמלחמהדיקן אייראָפּע, און ייִדיש־רעדנדיקע סקויטן אויף פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן. דערצו אַנטפּלעקן זיך אין דעם נומער אויך נײַע ייִנגערע שרײַבערס מיט פּראָזע און פּאָעזיע וואָס זײַנען אַ צוזאָג אויף ייִדיש און יוגנט אויך מאָרגן.




