
דער ערשטער נומער נאָכן איבערגאַנג צווישן די צוויי רעדאַקטאָרשעס שבֿע צוקער און מרים טרין — און אַ נומער פֿון דרײַ סעזאָנען צוליב דעם איבערקערעניש־כאַראַקטער פֿון דער מגפֿה־תּקופֿה וואָס האָט זיך פּונקט דעמאָלט אַראָפּגעלאָזט אויף דער וועלט. אינעם שאָטן פֿון דער קאָוויד־מגפֿה שטעלט זיך טאַקע אַרײַן דער גאַנצער נומער, מיט וועלכן מיר האָבן אָבער שטאַרק געוואָלט אונטערגעבן גײַסטיקן כּוח אונדזערע לייענערס. קען מען אין אים געפֿינען טשיקאַווע אַרטיקלען און פּערזענלעכע עדותשאַפֿטן פֿון כּלערליי מגפֿות אין דער געשיכטע, אינטערעסאַנטע אַנאַליזן וועגן דעם מגפֿה־מאָטיוו אין דער עלטערער און נײַערער ייִדיש־ליטעראַטור און אויך נײַע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, אינספּירירטע דווקא אין דער מגפֿה פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט.




