טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן: אַן ענגליש־ייִדיש װערטערביכל
מרדכי שעכטער, 1990
טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן: אַן ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך איז אַ טערמינאָלאָגישע אויסגאַבע וואָס איז כּולל אַ היפּשן וואָקאַבולאַר פֿון עטלעכע תּחומען: מענטשלעכע אַנאַטאָמיע, פֿיזיאָלאָגיע און פּאַטאָלאָגיע, אָבסטעטריק, שפּיל און היים, קינדער־פּסיכאָלאָגיע, פּעדאַגאָגיק פון פֿריִיִקע קינדער־יאָרן און אַנדערע. דאָס ווערטערבוך איז אָריענטירט אויף ייִדיש־לינגוויסטן, ־לערערס, ־תּלמידים, ייִדיש־ליבהאָבערס און יונגע פּאָרלעך וואָס טראַכטן און רעדן אויף ייִדיש וועגן זייערע קומעדיקע אָדער שוין פֿאַראַנענע משפּחות. דאָס רובֿ ווערטער אַרײַנגענומענע אין דעם האַנטבוך קען מען נישט געפֿינען אין קיין אַנדערע ווערטערביכער און אַ גרויסע צאָל פֿון זיי פֿעלט אַפֿילו בײַ נחום סטוטשקאָוון אין זײַן פֿולקומען אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך.





