פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג! קינדערלידער מיט מוזיק
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, 1999
אין דעם ביכל געפֿינען זיך אָריגינעלע ייִדישע לידער געשאַפֿענע אין די זעכציקער און זיבעציקער יאָרן פֿון דער פּאָעטעסע און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, איבער הויפּט פֿאַר די ייִדישע פֿאָלקשולן אין ניו ־יאָרק. טייל זענען שייך צו די ייִדישע יום ־טובֿים, אַנדערע צו די סעזאָנען, אַנדערע צו קינדערישע פֿאַנטאַזיעס.
די פּובליקאַציע איז כּולל ייִדישע טעקסטן, טראַנסליטעראַציע און איבערזעצונג. פֿאַראַן אויך אַ באַלייט־קאָמפּאַקטל מיט מוזיק צו די אַלע לידער.





