אַרטיקלען מיט גלאָסאַרן
Articles with Glossaries


כּדי צו העלפֿן דעם לייענער וואָס נייטיקט זיך אַ מאָל אין הילף בײַם לייענען אַרטיקלען אין אונדזער זשורנאַל האָבן מיר היסטאָריש געבראַכט אין יעדן נומער אויפֿן שוועל אַ 2–3 אַרטיקלען באַלייט פֿון גלאָסאַרן. די גלאָסאַרן גיבן צו פֿאַרשטיין די שווערערע ווערטער צי אויסדריקן — ווי זיי ווערן געניצט אין דעם קאָנטעקסט פֿון דעם אַרטיקל — אין אַ פּשוטערן ייִדיש. אַ צאָל פֿון די אַרטיקלען קען מען געפֿינען דאָ אויף אונדזער וועבזײַטל אין פּי־די־עף־פֿאָרמאַט.

מע קען אויך געפֿינען עטלעכע אַרטיקלען אין אויפֿן שוועל אין גאַנצן אָנלײַן. דער לייענער קען לייענען און אַ קליק טאָן מיטן מײַזל אויף כּמעט יעדן וואָרט כּדי צו זען אַן איבערזעצונג אויף ענגליש.

דאָ אונטן וועט איר געפֿינען פֿאַרבינדונגען אויף אַלע אַזעלכע אַרטיקלען מיט ביידע מינים הילף וואָס געפֿינען זיך אויף אונדזער וועבזײַטל. איר קענט געפֿינען נאָך אַנדערע אַרטיקלען מיט גלאָסאַרן אין דעם געדרוקטן זשורנאַל. ביידע וועלן זײַן אַ באַזונדער באַהילפֿיקער רעסורס פֿאַר ייִדיש־קלאַסן און יחידים וואָס ווילן באַרײַכערן זייער ייִדיש.